🌴בצל הקודש🌴
סדר ההילולא קדישא פון רבינו הקוה"ט זיעועכי"א בעל דברי יואל, מיטוואך ראה כ"ו מנחם אב, בצל קדשו פון מ"מ וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו
הגה"ק שליט"א
היינט דינסטאג אויפדערנאכט וועט רבינו שליט"א דאווענען מעריב פארן עמוד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 11:30
פארן דאווענען וועט רבינו שליט"א צינדן ליכט לרגל יומא דהילולא קדישא פון רבינו הק' זי"ע.
מיטוואך ראה כ"ו מנחם אב אינדערפרי
רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית ברוב עם אין ישיבה גדולה - סניף דברי יואל ארום 9:30
ווי רבינו שליט"א וועט יורד זיין לפני התיבה.
נאכן דאווענען וועט פארקומען די מסיבת לחיים לפני העלי' לציון ברוב עם הדרת מלך, ווי דער רבי וועט מאכן דער סיום משניות.
דערנאך וועט דער רבי משמיע זיין דברי התעוררות וחובת השעה במשנת בעל ההילולא איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:00 פארמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו
הגה"ק שליט"א ארויף גיין צום ציון המצוינת סמוך ונראה צום בנין הישיבה אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו ווי דער רבי וועט זאגן די פסוקי תהילים כנהוג, דערנאך וועט דער רבי ליינען קוויטלעך, להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ארום 7:45 וועט דער רבי דאווענען תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס ארום 8:00 וועט כ"ק מרן רבינו
הגה"ק שליט"א אריין קומען מעריך זיין שלחנו הטהור וסעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
דער רבי וועט מאכן דער סיום הש"ס, און משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש וחובת השעה.
מען וועט אי"ה קענען מיטהאלטן די הוקאפ אויף קול סאטמאר
339-207-8688נאכן סעודת הילולא וועט רבינו שליט"א דאווענען מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
תאו ואתכנשו להילולא דרבי
~🌴~