דינסטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר געציל לאדינסקי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
עס איז אנוועזנד געווען ביים לחיים הר"ר דוד שאפער שליט"א - ראש ישיבת אורייתא בארה"ק און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מצב הישיבות פאר עלטערע בחורים אין ארה"ק.
נאך שחרית ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך איז דער רבי אריין אין אוהל ווי דער רבי האט צום ערשט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד ב"פ שליט"א לרגל שמחת נשואי בתו הכלה דעם קומענדיגן דינסטאג כי תשא, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~