מיטוואך תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמעי' פריעדמאן הי"ו.
ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין עטליכע בחורים איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן אויף מנוחת הנפש.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
עב"ג החתן הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הרה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א - רב דבית מדרשינו בית נחום דוב בוומ"ס, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א וחתן הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה.
ארום 5:25 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 6:00 אזייגער, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט די בדחן האברך ר' יחזקאל שרגא ברז"ל פילאפף הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און ארויסגעברענגט אז אביו רביה"ק זי"ע פלעגט בענטשן די חתן און די כלה פאר די חופה, און יעצט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פון מר אביו רביה"ק זי"ע איז זיכער אז ער איז יעצט דא און בענטשט די חתן און כלה און די גאנצע ציבור, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, די זיידע פון די חתן.
קריאת הכתיבה: האדמו"ר משינאווע שליט"א, א עלטער פעטער פון די חתן.
ברכות ראשונות: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, א עלטער פעטער פון חתן און כלה.
ברכה אחריתא: הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - רב דקהל חוות דעת, א עלטער פעטער פון די כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים, און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען די שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל די חתונה פון די ערשטע איר אייניקל וואס איז פארגעקומען בעת דער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:30, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:50.
ארום 11:10 איז דער רבי אריין געקומען צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה''צ אב"ד דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, א עלטער פעטער פון די חתן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רבי העניך שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א און דערנאך צוזאמען מיט אחיו הגה''צ אב"ד דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א און אבי הכלה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער, און עקסטער מיט די קינדער פון הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה זצ"ל.
דערנאך האט די בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~