מאנטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם פאלאטשעק הי"ו - תאומים.
ב"ר אברהם אלי' פייערשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די וועד הקריה ווי מען האט אויסגעשמועסט די טעכנישע און לעגאלע פרטים וואס מען קען טוהן צו פארגרינגערן די מצב מיט די דירות און די יעצטיגע טעג.
דער רבי איז איבערגעגאנגען ציפערן פון שטחים און פון דירות, יעצטיגע און צוקונפטיגע, פון אין ק"י ווילעדזש און פון דרויסנדיגע געגנטער, און מ'האט דן געווען א לאנגע צייט אין פרטי פרטים וואו דער געברויך איז די מערסטע אויפן קורצן טערמין, און וואסערע עמערדזשענסי אפציעס מ'קען אויפטרעפן צו לעזן דעם פראבלעם וועלכע געט נישט קיין מנוחה פאר מרן רבינו שליט"א.
מען האט דן געווען די אפציעס פאר א שנעלע לעזונג 'אויפ'ן מינוט' צו ברענגען א מאמענטאלע דערלייכטערונג, אין צוגאב צו די פלענער פון עפארדעבל דירות, און אנעקסעישנס, מ'האט אויפגעברענגט אויפ'ן טיש אלע פאקטן, און מ'האט דורכגעטון וואו מ'קען די בעסטע טרעפן לעזונגען.
עס זענען ארויפגעקומען עטליכע נייע געדאנקען, און דער רבי האט באשטימט אז ווי נאר די דעטאלן פון די געדאנקען און ציפערן און לעגאליטעטן ווערן קלאר, זאל מען זיך ווידער צוזאמזעצן און שפאנען פאראויס.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל היילברוין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון אלעזר ניישטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל מייער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' פישל קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו און הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
~🌴~