זונטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יושע וואלדמאן הי"ו.
ב"ר יושע פרענקל הי"ו.
ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יודא ווייס הי"ו.
ב"ר חיים ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר חיים מנחם מענדל פייערשטיין הי"ו.
ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר וואלף שערצער הי"ו.
ב"ר משה סימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
אויך זענען אריין עטליכע בחורים איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט געוואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדת רבינו דעם מיטוואך הבעל"ט.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' קלמן יעקב ווייס הי"ו און הרה"ח ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת התנאים פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א - מספינקא ק"י וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גרויסע זיידעס.
עס איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו החתן קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער פארשידענע זכרונות פון אביו האדמו"ר מדובר מישרים דספינקא זצ"ל און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 11:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד המרומם "קהלא קדישא" יובל החמישים להתייסדות קהלתינו הק' והעיר קריה נאמנה לה' ולתורתו קרית יואל במעמד אלפי אנ"ש תושבי ק"י,
עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, וועלכע האט ארומגערעדט איבער די הכרת הטוב פאר די פילע עסקנים פון קהלתינו הק' און ארויפגעריפן הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק אפצונעמען די פרס הכרת הטוב,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה בדברים העומדים על הפרק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה', און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה אויף עטליכע וועגן,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די עסקנים ונדבנים בעבר, בהווה, ובעתיד להרחבת גבולי הקדושה בכמות ובאיכות,
און ארויסגעברענגט אז ווען א איד האט מנדב געווען גאלד פאר מלאכת משכן איז איינעמ'ס גאלד אנגעקומען אינעם ארון, און א צווייטענ'ס גאלד אנגעקומען אין די מנורה, אבער דאך האט יעדער א גלייכע חלק אין אלע חלקים פונעם משכן,
די זעלבע זאך יעדער איינער וואס איז מנדב פאר צרכי הקהילה אדער טוט סיי וואס פאר עסקנות לטובת הקהילה חלק כחלק יאכלו און אלע האבן א גלייכע חלק אין "אלע" פעולות פון קהלתינו הק' מיט אלע הרחבת גבולי הקדושה און אלע שטאטישע פראיעקטן, און יעדער וועט זוכה זיין צו "אלע" השפעות טובות וואס קומען דורך אלע חלקים פון קהל, בתי מדרשים, מקוואות, בית הוראה, תורה, תפילה, מקוה טהרה, כשרות, הדרכה לאברכים, גמ"ח, מצות, פלייש, ועוד,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר אלע ראשי קהילה, עסקני הקהילה, און נדבני הקהילה, וואס אלע חלק כחלק יאכלו די פירות פון "אלע" פראיעקטן פונעם שטאט,
דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבח פון קרית יואל, אן עיר מלאה חכמים וסופרים, תלמידי חכמים, בעה"ב, אברכים, בחורי חמד, נשים כשרות וצניעות, מען קען זען ווי די השפעה פון רבינו הקוה"ט זי"ע שיינט ארויס פון יעדע ווינקל, און זיין זכות איז משפיע פאר אלע תושבי העיר מיט אלע ווייטערע געגנטער אינעם שטאט השפעות טובות, אבער דאס איז נאר פאר שומעי לקחו וועלכע פירן זיך ווי ער האט געוואלט, און אז נישט איז ח"ו פארקערט, איבעראל אפילו אין די ווייטערע געגנטער פונעם שטאט,
צרכי עמך ישראל מרובין, זה בכה וזה בכה, בני חיי ומזוני, געזונט, קינדער, ערליכע קינדער, פרנסה, שידוכים, אין זכות פון די תורה ותפילה וועט הקב"ה הערן אלע בקשות און ממלא זיין די בקשות לטב ולחיים ולשלם, און דער רבי האט בקול חנק מדמעות דערמאנט בפרטיות הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א רבי שלום אליקים געציל בן דבורה חנה לרפו"ש וגמירא בתוך שאר חולי ישראל,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די מצוה פון הפרשה זיך גענצליך אפצושיידן פון די גוי'אישע וועלט, בעוה"ר האט די רעגירונג אין ניו יארק זיך פארלייגט אויף די חינוך פון אידישע קינדער, און זיי ווילן ח"ו עוקר זיין אונזער חינוך און עס ערזעצן מיט א גוי'אישע חינוך,
דער רבי האט דערקלערט פאר די רעגירונג אז מיר וועלן נישט מקבל זיין קיין שום הדרכה פון זיי איבער חינוך, און מיר גייען נישט מאכן קיין שום שינויים אין די חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הק' זי"ע, און מיר וועלן קעמפן קעגן די גזירות מיטן גאנצן קראפט,
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט דעם הצילינו נא מיד אחי מיד עשיו, ווי כלל ישראל דארף רחמי שמים געראטעוועט צו ווערן סיי פון די אפגעפארענע עלעמענטן וועלכע זוכן צו טוישן אונזער חינוך, און נאכמער פון די היימישע מכם ובכם ארגענעזאציעס וועלכע זענען גרייט צו מאכן פשרות אין חינוך הבנים והבנות, און מיר דארפן אן הצלה פון ביידע,
דער רבי האט פארענדיגט בברכת הקודש אז אין זכות פון לימוד התורה וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע וואס זוכן אויסצורייסן דעם ריינעם חינוך, אמן כן יהי רצון,
דערנאך האט דער רבי אדרעסירט דעם קריזיס פון די הויכע פרייזן פון דירות אין קרית יואל, וועלכע ווייטאגט און גיבט נישט קיין מנוחה און נעמט אוועק די נאכט שלאף, רבינו הקוה"ט זי"ע האט געוואלט אז יעדע משפחה זאל קענען קויפן א דירה, נישט נאר עשירים, אבער ווען פריוואטע מענטשן קויפן שטחים איז די תוצאה אז די פרייזן פארן זייער שטארק ארויף,
די שטאט איז זיך ב"ה צעוואקסן און פארברייטערט, און אלע שטחים זענען זייער טייער געווארן, אזש עס איז היינט נישט קיין בושה צו בעטן פאר א דירה אין קרית יואל העכער א מיליאן דאלער!
דער רבי האט ממשיך געווען אז נאכן אדורכטוהן וויפיל עס קאסט צו בויען, און נאכן ארויס האבן וויאזוי די פרייזן לויפן איז קלאר אז די פרייזן זענען ארויפגעשרויפט, "נישט דאס איז געווען די רצון פון רביה"ק זי"ע", בעבר האט די וועד הקריה פארקויפט שטחים פאר ביליגע פרייזן, און די קונים האבן דאס שפעטער פארקויפט פאר ארויפגעשרויפטע פרייזן, וואס אזעלכע זאכן ברענגט אז דער אריגינעלער בויער זאל לכתחלה בעטן טייערער,
דער רבי האט מבשר געווען א בשורה טובה אז בעז"ה ביז אפאר חדשים וועט זיך מאכן א מעגליכקייט מוסיף צו זיין שטחים אין קרית יואל וואס וועט ערמעגליכן צו בויען דירות פאר נארמאלע פרייזן, עס זענען פארוויקלט אסאך פרטים, אבער מען האפט דאס בעז"ה צוצושטעלן, אבער דאס גייט נאך דויערן עטליכע יאר,
דער רבי האט אויפגעפאדערט די הנהלת הקהילה והעיר צו ארבעטן אויף לעזונגען אויפן קורצן טערמין, און פאררופן אן אסיפה אויף צומארגנס מאנטאג מיטן ועד הקרי' צו מטכס עצה זיין וואס מען קען טוהן אויפן קורצן טערמין איבער די פרייזן פון דירות,
און דאס אלעס אויסער די פלענער וואס זענען שוין געמאלדן געווארן עטליכע חדשים צוריק צוצושטעלן ביליגע דירות פאר א ביליגע פרייז,
דער רבי האט אנגעוואונטשן אלע תושבי העיר, עסקני העיר, און אלע נדבנים, און יעדער וואס האט א חלק אינעם שטאט בכל מילי דמיטב און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ ה"יו וועלכע האט אויסגעשמועסט די פרטים פון די פלענער להרחבת גבולי ביהמ"ד הגדול לתועלת אלפי אנ"ש הבאים לחסות בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:20, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
~🌴~