פרייטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג עקב
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר שמעון ישראל שטיינמעטץ.
ב''ר יואל כ"ץ.
נאכן דאווענען
איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
ביים לחיים האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות נשגבות פון רבינו הק' זי"ע מעמיד צו זיין דעם דת על תילה און אויפבויען אידישקייט איבער דער גארער וועלט, דער רבי'ס קאמף קעגן די אגודה, דער רבי'ס מהלך ביים פאררופן און אפרופן פראטעסטן.
דערנאך האט דער רבי ארויס געברענגט ווי די אינגע דור מיינט אז דער רבי זי"ע איז געווען א שטרענגער הארטער מענטש, און דער רבי האט מאריך געווען איבער דער רבי זי"ע'ס צוגעלאזנקייט צו יעדן קינד, בחור, און ערוואקסענער.
א גוטן טאג
~🌴~