שבת קודש פרשת עקב - שבת לפני יומא דהילולא קדישא של רביה"ק זי"ע - כ"ו מנחם אב.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת עקב - שבת לפני יומא דהילולא קדישא של רביה"ק זי"ע - כ"ו מנחם אב.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יעקב הערש טייטלבוים - לעיקוואד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל לטובת מוסד הק' קרן הצלה.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל זיך צוריק קערן פונעם מקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אינעם בנין מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דשונסקיא - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער, מו''ץ בקהילתינו הק' לעיקוואד.
מנוחה ושמחה:
הרה''צ ר' יעקב כהנא - מספינקא ב''ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה וכו', ואהבך וברכך וברך פרי בטנך ופרי אדמתך דגנך ותירשך ויצהרך וכו'.
דער רבי האט זיך געשטעלט פארוואס די פסוק רעכנט אויס עניני גשמי.
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון גזל עכו"ם.
קה אכסוף: הרה"ג משה אהרן דאווידאוויטש מסעקלהעיד ב"ב.
ברכת המזון: הרה''ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון רביה"ק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ו אב.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר, דומ"ץ ביהמ"ד סאוט 8.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים. עס איז פארגעקומען די שלום זכור לבן הנולד אצל,
ר' פישל פריעד.
אז ביום השביעי: ר' ישראל וועלץ.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:50
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' חיים אלי' ליכטמאן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' מענדל עקשטיין
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א בן האדמו"ר מסאסוב.
עס האבן עולה געווען: כהן: ר' יוסף לייב סאנדער.
לוי: החתן יודא ארי' ב"ר חיים אפרים פישל מאשקאוויטש.
שלישי: הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
רביעי: החתן יחיאל שרגא ב"ר אברהם ישעי' קנאפפלער.
חמישי: החתן חיים יואל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי,
ר' יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק.
ר' יואל ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד.
ר' משה ארי ב"ר ברוך עקשטיין.
ר' שלמה זלמן ב"ר חיים קליין.
ר' מענדל בן הרה"ג שמואל פריעדמאן.
שביעי: החתן וואלף ב"ר חיים זלמן ווייסבערג.
הוספה: החתן יעקב משה ב"ר יחיאל מיכל פריעדמאן.
אחרון: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א.
מפטיר: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א.
הגבה: ר' אברהם שניצלער - מאנטריאל.
גלילה: ר' נפתלי מארקאוויטש.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל יומא דהילולא קדישא פון דודו מרן רבינו הק' זי"ע דעם קומענדיגן מיטוואך.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אלעזר ניסן פרידריך.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית מילה לבן הנולד אצל,
ר' אברהם יצחק ב"ר מענדל וואלף טייטלבוים.
ר' יעקב ב"ר ירחמיאל ביטמאן.
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:00
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילעפף.
ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה ר' אברהם ישעי' קנאפפלער.
בעל קורא: ר' ברוך יודא שניצלער - מטשאבא.
כהן: ר' זושא רובין - וומ"ס.
לוי:ר' יואל בר"מ רייזמאן - לעיקוואד.
שלישי: ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער - מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר מרדכי אהרן דאווידאוויטש שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה.
דער רבי האט אראפ געברענגט, והיה עקב איז ר"ת קדש עצמך במותר, עקב איז די סוף א רמז אויף אלול, עס קומט סוף יאר און אידן זענען עוסק בתשובה ווערט נולד די קשיא אי מלכא אנא עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי, אויב האט מען אבער א דין בן למלך איז נישט שייך די קשיא.
שטייט פון רבי'ן ר' אלימלך ויקרא לבנו ליוסף, אז ווען ווערט מען אנגערופן א בן למלך, אויב איז מען מוסיף גדרים וסייגים אויפן תורה הק'.
והיה עקב תשמעון, עקב איז סוף יאר, ווען מען הייבט אן תשובה צו טון ווערט דאך נולד די קשיא אי מלכא אנא עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי.
אבער עקב איז ר"ת קדש עצמך במותר, אזוי האט מען א דין בן למלך איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות, א טאטע נעמט אלעמאל אן זיינע קינדער.
עקב תשמעון, די ב' פון עקב, און די תש פון תשמעון איז א רמז אויף שבת קודש, שבת קודש איז א ראי' אז אידן זענען
בנים למקום, ווייל מען באנוצט זיך בשרביטו של מלך, ממילא איז סוף יאר פון חמשה עשר באב מאן דמוסיף יוסיף, וויל אזוי האט מען א דין בנים למקום.
דער רבי האט פארענדיגט: השי"ת זאל העלפן, מען גייט אריין אין די געהויבענע הייליגע זמנים, די ימי הרחמים והרצון,
טעג וואס איז ימי הרחמים מען קען מעורר זיין מידות הרחמים פאר כלל ישראל, ולא ישמע שוד ושבר בבית ישראל, מען זאל נישט הערן קיין ביטערע בשורות, מען זאל הערן אך טוב וחסד פאר כלל ישראל, מיר זאל מיר זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.
ידיד נפש: ר' אלי' כ"ץ - לעיקוואד.
קל מסתתר: ר' נח קליין - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטש על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמואל מרדכי ב"ר משה פאלקאוויטש.
נאכן בענטשן האט דער רבי פארגעזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים,
חיים יואל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד.
יחיאל שרגא ב"ר אברהם ישעי' קנאפפלער.
יעקב משה ב"ר יחיאל מיכל פריעדמאן.
שמואל מרדכי ב"ר משה פאלקאוויטש.
רבינו שליט"א האט געדאוונט פארן עמוד מעריב מוצ"ש לרגל הילולא קדישא פון דודו מרן רבינו הק' זי"ע דעם מיטוואך.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20
מוצאי שבת קודש ארום 12:30 איז געווען אויף א באזוך ביי כ''ק מרן רבינו שליט''א הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער, מו''ץ בקהילתינו הק' לעיקוואד, אינאיינעם מיט די ראשי קהלה דקהלתינו הק' אין לעיקוואד, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במשנת רבינו הק' זי"ע, איבער די וואוקס פונעם רבינ'ס הייליגער שטאט קרית יואל.
דערנאך האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט אויף די פארשריט אין די בוי-ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד דקהלתינו אין לעיקוואד.
א גוטע וואך
~🌴~