דאנערשטאג עקב פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג עקב פארנאכטס
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה ירחמיאל זאב פריעד - מו''ה אלעזר ניסן פריעדריך,
אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים
מו''ה דוד אונגאר - מו''ה יעקב פנחס פריעדמאן,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט מען אריבער געברענגט א ספר תהלים געשריבן אויף קלף לזכות חולי ישראל.
דער רבי האט אריין געשריבן אן אות און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בבית רבינו ארום 8:50
נאך מנחה איז דער רבי אריבער געגאנגען צום מסיבה "שמחת אנ"ש" לטובת קופת רבינו קופת "אבני חסד", אין די נייע תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
דורכאויס דער נאכט האבן פילצאליגע אנ"ש געהאט דעם געלעגנהייט אריבער צו גיין פערזענליך איבער געבן נדבת לבם פארן רבינ'ס קופה "אבני חסד", און מקבל זיין ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 11:10
א גוטע נאכט
~🌴~