מוצש"ק ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצש"ק ויצא=
ארום 9:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען די דינער השנתי 'הבן יקיר לי' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי',
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:55, דער נועם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו אין לעיקוואד האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א און הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו - מנהל המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט נתרבה בכמות ובאיכות סיי די ת"ת, בית רחל, די כולל, און די גאנצע קהילה, די בשורה איבער די גמר המקח פארן ביהמ''ד, מקוה, היכל התורה, און א בית הוראה אויפן גיגאנטישע שטח אויף 18'טע עוו. און אויך מבשר געווען די בשורה טובה אז ס'וועט זיך עפענען א דריטע ישיבה קטנה דורך הנהלת מוסדותינו הק' ב"פ וואס וועט זיין סטאנציאנירט מיט א דארמיטארי און אש"ל מלא אין לעיקוואד און וועט געפירט ווערן דורך הגה"צ דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט"א,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הכנה צו יו"ט חנוכה און מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט מיט א ווארימקייט דורכ'ן עוסק זיין בספרי חסידות, בפרט דורך לערנען ביז חנוכה דעם ספר הק' קדושת לוי אלס הכנה צום יו"ט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:05.
נאכן דינער איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א הכלה בת חתנו הרה"ג ר' יוסף הורוויץ שליט"א ראה"כ חיים ושלום מונקאטש, פארגעקומען בבית הרבני הנגיד ר' אלטר אשר ישראל פרענקל הי"ו מנהל ת"ת מונקאטש,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דערנאך ארויס אין א ריקוד קודש מיט האדמו"ר ממונקאטש שליט"א און דערנאך מיטן חתן ומחותנים.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~