זונטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י.
ב"ר אלי' מאיר גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
ב"ר יואל עקשטיין הי"ו - ק"י.
ב"ר חיים הערש פישער הי"ו - וומ''ס.
ב"ר בנציון צאהלער הי"ו - וומ''ס.
ב"ר משה שלום ראזענצווייג הי"ו - ב"פ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה באסול הי"ו און הרה"ח ר' משה נסים מזרחי הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א און הרה"ג ר' שלמה הערש סופר שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.
נאך מעריב ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד צום שמחת החתונה פון הכלה בת משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה,
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.
א גוטע נאכט.
~🌴~