שבת קודש פרשת ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויצא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן ישראל מאיר בהר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט"א.
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה ישראל שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת בת עין אין צפת עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אנטשיל אילאוויטש הי"ו - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אורי האלבערשטאם שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' בצלאל טויסיג הי"ו - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ותאמר אסף אלקים את חרפתי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אנטשיל אילאוויטש הי"ו.
ברכת המזון: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' בית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל קנאפלער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אהרן עקשטיין שליט"א - אנטווערפן.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: החתן וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.
שלישי: החתן ישראל מאיר בהר"ר יואל עקשטיין שליט"א - באווארפען.
רביעי: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודא אשר בר"א ראטה הי"ו.
ר' יצחק נפתלי קנאפלער הי"ו.
ר' משה יעקב אהרן בוקסבוים הי"ו.
ר' בנימין שאלאמאן הי"ו.
ר' יואל בר"ל האלפערט הי"ו.
ר' מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו.
ר' מאיר הערש זאלדאן הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר יואל ב"ר מיכל ווייס הי"ו.
הוספה: החתן ב"ר לוי יצחק לאנדא הי"ו.
אחרון: החתן ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו. מפטיר: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אליעזר ניסן פרידריך הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' ישראל שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויצא יעקב מבאר שבע און ארויסגעברענגט אז נאר מיטן כח התורה קען מען זיך האלטן אינעם היינטיגן דור, און אפילו מען איז שוין פארזינקען אין די נ' שערי טומאה ניצט נאך תשובה בזכות פון די תורה הק'.
ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ישעי' סנדר גליק הי"ו - מאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו ע"פ אמו ע"ה.
~🌴~