מיטוואך ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעי' ארי' דרוממער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל דוד סעגעדין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל שמעון רובין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"י ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר מיכל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו און הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ, און הרה"ח ר' ישכר בעריש מויזקאפף הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~