דינסטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויצא=
פארן דאווענען האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א - לרפו"ש - ר"י הרמה לאנדאן, ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן מצב הבריאות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי אין ביהמ"ד מהרש"א אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלמה יואל קארנבלי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק מ'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתנו הק'.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:35 איז דער רבי אנגעקומען צום שבע ברכות לנכד הרבני החסיד ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען בבית חתנו המחותן הרה"ח ר' יואל פרענקל הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן, מחותנים, און די זיידעס,
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~