דאנערשטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"מ גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברע"מ ווייס הי"ו און הרה"ח ר' איתמר טובי' ווידער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~