מאנטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שאול ארי' גלאנצער הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי וואגשאל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא לייבוש ברש"ז פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' אשר זעליג סאמעט הי"ו.
ב"ר זאב קרויס הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר כאירה הי"ו.
ב"ר יואל גאנדל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' לוי יצחק לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה און הרה"ח ר' יקותיאל יודא פיש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~