זונטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יושע הכהן געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
ב"ר יחיאל אלטער טויב הי"ו - ק"י.
ב"ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי"ו - ב"פ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר ניסן פרידריך הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך ברילל הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יוקל בר"מ הירש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו און הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א,
און פון די מחותנים הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א און הר"ר יואל פאסטערנאק שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א - רב דקהילת סאסוב בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א און פאר בנו החתן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~