דאנערשטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תולדות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו.
ב"ר דוד זאב עקשטיין הי"ו.
ב"ר שמואל פארגעס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו און הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל יצחק ראטה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי אינאיינעם מיט זיין שווער הרב משה גראס שליט"א מ'קערעסטיר, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך האט דער רבי פארהערט הבה"ח יוסף מאיר בהרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א אויף הלכות שבת.
א גוטע נאכט.
~🌴~