מיטוואך תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תולדות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הערש ניישטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.
ב"ר יוסף דוב הלוי ראטה הי"ו.
ב"ר ראובן אליעזר שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יואל אינדיג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~