פרייטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל גראס הי"ו - ק"י.
ב"ר יואל פאסטערנאק הי"ו - ק"י.
ב"ר יואל משה מאלח הי"ו - ק"י.
ב"ר יואל משה מאשקאוויטש הי"ו - ק"י.
ב"ר חיים בעריש שפילמאן הי"ו - ק"י.
ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
בביתו נאוה קודש האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א די יוצאי תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומ"ס אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר,
דער רבי האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט און דערנאך פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א זילבערנע בעכער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~