דאנערשטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג ואתחנן
ארום 4 אזייגער נאכמיטאג זענען אנגעקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א א חבורה פון בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלכע וויילן די טעג אויף אפרו אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה והתחזקות.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די בחורים.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי געלערנט אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט
~🌴~