פרייטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג ואתחנן
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים
ב"ר יעקב יצחק אבערלענדער.
ב"ר דוד ווערטהיימער.
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דער רבי האט פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע וואס היינט געפאלט זיין יארצייט.
דערנאך זענען די געסט וואס זענען געקומען אויף שבת אריבער שלום נעמען.
נאכן דאווענען האבן עסקני בעלזא איבער געגעבן א גרוס איבער די הילף וואס זיי האבן גענאסן פאר זייער חבורה אהבת התורה דורך די עסקני תורתך שעשועי שע"י קהלתינו הק'.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
א גוט שבת
~🌴~