דאנערשטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג ואתחנן
דער רבי איז אריין געקומען צו תפלת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40
ביים ליינען האבן עולה געווען:
כהן: ר' יעקב ב"ר יצחק הכהן פריעדמאן.
לוי: ר' משה הלוי פריעדמאן.
דער רבי'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך ר' ראובן גלאנץ.
נאכן ליינען האט זיך דער רבי באדאנקט.
הגבה: הגה"צ קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז-ק"י ומנה"ר בישבה"ק - סניף קדושת יואל.
גלילה: הב' המשב"ק אלטר ברוך גפן.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זינגען ביי לכה דודו.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען אויף א לענגערע באזוך אין די הארטסייד געגנט אין בעטלהעם ניו העמפשיר וועלכע איז לעצטנס געווארן אפגעקויפט הרה"ח מנחם אשר בערקאוויטש.
דער רבי האט ארום שפאצירט אינעם גאנצן געגנט, דערביי איז דער רבי אריין אין איינע פון די דארטיגע הייזער און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט.
צווישן אנדערן איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א קורצע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דערביי האט ער איבער געגעבן א קוויטל פארן רבי'ן און זיך אפגעזעגנט.
דערנאך איז דער רבי אריבער געגאנגען אויף א באזוך אינעם מקוה דארט אין געגנט, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כשרות און הידורים פונעם מקוה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד, ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעה"ב ר' מנחם אשר און פאר כל הנאספים.
דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס ווי אזוי מען איז געפארן אויף אפרוה אין די אלטע היים.
דערנאך ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען אויפן טעגליכע שפאציר.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דער לעצטיגער באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק' אין פאסטוויל אייאווע, צווישן אנדערן האט מען אויסגעשמועסט די אופני ומהלכי השחיטה וניקור אמאל און היינט, עובדות וסיפורים פונעם הייליגן מגלה עמוקות וואס היינט געפאלט די יארצייט, איבער שטעטלעך און די מאפע אין אייראפע בעפארן קריג.
צום סוף פונעם שפאציר איז אנגעקומען הגה"צ קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז-ק"י ומנה"ר בישבה"ק - סניף קדושת יואל, ווי עס האט זיך פארצויגן א שמועס מיט עובדות וסיפורים פון די צדיקים לבית סיגוט - צאנז.
נאכן שפאציר איז דער רבי אריבער צום ניי - צוגעבויטע חלק פונעם "פי עם אר" געגנט און בעטלהעם ניו העמפשיר ווי דער רבי האט ארום שפאצירט אינעם גאנצן געגנט, דערביי איז דער רבי אריין אין עטליכע פון די דארטיגע הייזער זיך אומקוקן.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעה"ב ר' יצחק רודריך, און פארן מענעדשער הרה"ח ליפא מאשקאוויטש.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אנוועזנדע.
דערנאך האט דער רבי געהערט א באריכט פונעם אייגנטומער איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פארברייטערן דאס ארט, ווי אויך די פלענער צו איבער מאכן די שערמאן האטעל ווי די בחורי הישיבה האלטן זיך אויף איבער שבת.
דערנאך האט דער רבי זיך צוריק געקערט לביתו נאוה קודש.
א גוטן טאג
~🌴~