מאנטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אליעזר יואל ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה א תהילים פאר אלע בחורים וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קופת זכרון משה פאר מוסדות הק' עטה"ק בארה"ק.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין מבצר הכוללים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם אינטערשטן שטאק אינעם בנין,
דער רבי איז צום ערשט ארום אויף אלע פיר שטאקן פונעם כולל ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א,
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל הכולל מיט די באטיילוגונג פון די אריבער אכט הונדערט לומדי הכולל און די הנהלה גשמיות פונעם כולל,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ולומדי הכולל און פאר די הנהלת הכולל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה בפרשת השבוע, און ממשיך געווען מיט דברי שבח פון די כולל אינגעלייט, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די לומדי הכולל, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די ראשי ולומדי הכולל, און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלת הכולל וואס האבן אהערגעשטעלט דעם נייעם שטאק און זייער עבודת הקודש פון א גאנץ יאר, און בפרט פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וואס ער איז סיי א נדבן און סיי א עסקן צו שאפן גרויסע געלטער, הקב"ה ישלם שכרם וכל מילי דמיטב תמיד.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מענדל ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אביגדור הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא שניצער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י שטויבער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~