דינסטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל התחלת הזמן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 10:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי אברהם יושע אייגער שליט''א, בן הרה"ג ר' עזריאל מאיר שליט"א - אב"ד לובלין, וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א - אב"ד פאלטישאן, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:50 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן,
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א און דער מחותן דער אבי הכלה שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די זיידע הגה"צ אב"ד לובלין שליט"א צו ליינען די תנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' אהרן מאיר פריעדמאן הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, ערב קבלן מצד הכלה: הרב יחיאל ארי' אייגער שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און אויסגערעכענט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און ארויסגעברענגט די קשר פון מר אביו רביה"ק זי"ע צו די זיידע פון די כלה הגה"צ אב"ד פאלטישאן זצ"ל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו בית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב.
נאך מעריב ארום 12:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~