זונטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יוסף פליישמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יהודה פרידמאן הי"ו.
ב"ר מנחם נייהויזער הי"ו.
ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ב"ר מנחם גרשון אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 3:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לעיקוואד ווי עס איז פארגעקומען די חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט א מעמד הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו - נדבן הביהמ"ד,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:30 צום שאטער הגדול נעבן די ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א שטיק צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן דער נדבן הרה"ח ר' משה זושא הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיטן ספר תורה,
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
דער רבי איז אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום הכנס"ת,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון ר' ירוחם אולשין שליט"א - מראשי ישיבה גבוה דלעיקוואד,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי געפארן אויף א באזוך ביי הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א - ר"י גבוה דלעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער קורות ימי אמעריקע נאכן קריג, און די פעולות פון רביה"ק זי"ע און פון הרה"ג ר' אהרן קאטלער זצ"ל צו מחזק זיין אידישקייט אין אמעריקע, און נאך,
דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין אייראפע צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און די מצב פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק יעצט בעת צרה,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א - דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון חסידות אין לעיקוואד,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד צום מעמד חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול איינאיינעם מיט די סעודת הכנס"ת אריינגעגעבן דורכ'ן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ודייני העיר צווישן אנדערע האדמורי"ם מראחמיסטריווקא און סקולען לעיקוואד שליט"א, און הגאונים ר' מלכיאל קאטלער שליט"א און הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א און נאך פילע רבנים און דיינים,
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו און האט אויפגעריפן הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו - ראה"ק, וועלכע האט משמיע געווען די דבר הקהילה,
דערנאך האט דער יושב ראש מקדם געווען בברכה הגאון ר' מלכיאל שליט"א וועלכע האט דערנאך משמיע געווען דברי תורה ודברי ברכה לכבוד המעמד,
דערנאך האט דער יושב ראש מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' ב"פ, אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר קהלתינו הק' אין לעיקוואד,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד,
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגעריפן הרה"ח ר' מרדכי ניישטאדט הי"ו זאל אויפטרעטן לכבוד אביו הרה"ח ר' משה זושא הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה פון קהלתינו הק' מיט די באזוך פון רבינו שליט"א, און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פון אנ"ש פארן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא הי"ו,
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פארן חשובן נדבן א מתנה א פראכטפולע געשטעל פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פארן גאנצן ציבור אנ"ש,
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק, ארויסברענגענדיג צום ערשט די שמחה וואס מען האט אז מען איז מחנך אזא שיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, און משמיע געווען לענגערע דברי דרוש אויף פרשת השבוע,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פונעם ביהמ"ד וואס איז מיוסד אויף תורה עבודה און גמילות חסדים אזוי ווי אלע אנדערע בתי מדרשים פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און געזאגט אז דאס איז א התחלה און צעביסלעך וועט מען בויען נאך בנינים פאר קהלתינו הק' און פארן ת"ת וואס מען וועט מייסד זיין בקרוב, דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו פון ק"י וועלכע האט מנדב געווען אזא שיין ביהמ"ד, און ארויסגעברענגט די שווערע ארבעט פונעם ראה"ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו ואתו עמו אלע איבריגע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן סיי מיטן בויען דעם ביהמ"ד און פאר אלע אנדערע פעולות פאר קהלתינו הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די ראשי הקהילה, עסקנים, און פאר אלע אנ"ש.
נאך די דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער חשוב'ער נדבן הביהמ"ד,
נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין שלום נעמען פון רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~