מיטוואך ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ואתחנן
ארום 4 אזייגער נאכמיטאג זענען אנגעקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א א חבורה פון בחורים מציונים תלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון קרית יואל בהנהלת הר"ר וואלף לאנדא שליט''א ווי די בחורים האבן זיך פארהערט ביי רבינו שליט"א גאנץ יו"ד ח"א
רבינו שליט"א האט זיי פארהערט קרוב צו א שעה מיט א געוואלדיגע קורת רוח.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי געלערנט אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40
נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלכע וויילן די טעג אויף אפרו אין בעטלהעם ניו העמפשיר.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט
~🌴~