דינסטאג ואתחנן בצל הקודש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג ואתחנן בצל הקודש
דער רבי האט פארלאזט דעם מקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר ארום 7:20 אויפן וועג צום מילאן רידשענעל לופטפעלד אין בערלין ניו העמפשיר.
דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 אויפן וועג קיין פאסטוויל אייאווע, צום בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק', אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנסי.
ארום 11:30 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין וויסקאנסין ווי עס האבן אפגעווארט צוויי שוחטים פון די בית השחיטה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג קיין פאסטוויל אייאווע צום בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען צום בית השחיטה ארום 12:15 ווי דער רבי איז באגריסט געווארן דורך הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי - רב המכשיר, ובנו ר' מרדכי וועלכע פארפיגן אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.
אנקומענדיג האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביי די שוחטים ווי אזוי עס גייט די לעבן אין אזא אפגעזונדערט ארט, א.א.וו.
דערנאך האט דער רבי צוגעטרעטן צו די בדיקת החלפים, ווי הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א האט אנגעוויזן אויף עטליכע נייע הידורים.
דער רבי האט באוואונדערט די כשרות פון די חלפים.
דערנאך האט דער רבי באטראכט די שחיטה, ווי עס ווערט איבערגעדרייט אין א באקס כדי די שחיטה זאל זיין א פולשטענדיגע שחיטה מונחת, און דערביי האט דער רבי פונקטליך אנגעוויזן אלע חומרות און הידורים אינערהאלב דעם בית השחיטה.
עס זענען אנוועזנד געווארן 4 שוחטים בשעת די שחיטה, דער רבי האט באטראכט די שחיטה און גאר שטארק מפליא געווען די הידורים און חומרות וואס זענען איינגעפירט געווארן ביי די שחיטה גסות שע"י קהלתינו הק'.
דערביי האט דער רבי געצייגט פונקטליך ביז וואו דער שוחט שניידט, און פון וואו מען גיבט איבער פאר א גוי צו פארענדיגן נאכברענגנדיג א תביעות שור אז עס איז א גרעסערע הידור אז א גוי זאל עס פארענדיגן.
דערנאך האט מען פארלאזט דעם מקום השחיטה ווען דערביי האט דער רבי מסביר געווען די חילוק צווישן א בדיקת יבש און א בדיקת לח.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום פלענט וואו עס ווערט פראסעצירט די פלייש און מען שניידט עס א.ד.ג.
דערביי האט דער רבי אנגעוויזן פאר די אנוועזנדע פונקטליך וועלכע חלקים פונעם בהמה ווערן געגעסן, און וועלכע חלקים עס ווערן נישט באנוצט.
דערנאך איז מען אריבער צום מקום הניקור, דער רבי האט באטראכט די גאנצע ניקור אפאראט פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנסי.
צווישן אנדערן האט דער רבי געצייגט א לאך אינעם בית הכוסות, ווי אויך עטליכע סירכות אין די לונגען, און וואס מען טוט דערצו.
דערנאך האט ר' משה באסול געמאכט א בדיקת חוץ, און ר' חיים בצלאל בלום האט געמאכט דעם בדיקת פנים.
הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנסי האט אנגעוויזן ווי מען זיגלט אויף יעדע שטיקל ווי כשר עס איז מיט אנדערע קאלירן, כשר, בית יוסף, גלאט כשר כדי עס זאל נישט קומען צו קיין צעמישעניש.
דערנאך האט דער רבי באטראכט דעם לעצטן פאזע איידער די מליחה פון צושניידן די שטיקער פלייש.
דערביי האט דער רבי אנגעוויזן אויף די פילצאליגע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן אינעם בית השחיטה המהודרת, צ.ב.ש. אז א איד זאל אנצייכענען וועלכע חלקים זענען שוין נבדק געווארן, א איד זאל ארויף זיגלען די שטאפל פון כשרות, א.ד.ג.
דערנאך ארום 3:25 - צוליב די שפעטע שעה, האט דער רבי פארלאזט דעם בית השחיטה המהודרת איידער די מליחה, אויפן וועג צוריק צום לופטפעלד זיך צו אומקערן למקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן ביז איבער שבת.
דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 4:50 פונעם לופלפעלד אין וויסקאנסין.
ארום 7:00 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם מילאן לופטפעלד אין בערלין ניו העמפשיר.
דער רבי איז אנגעקומען אהיים למעון קדשו אין בעטלעהעם ניו העמפשיר ארום 8:05
בזמן שהצדיק בעיר
~🌴~