מאנטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נח=
~בדר"ח חשון~
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל גאלדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדר הפרטי.
דערנאך האט זיך דער רבי באדאנקט פאר הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א און זיין משפחה וועלכע זענען געשטאנען צו די הילף במשך די לעצטע וואך.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין ק"י נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף אפרוה.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא לעבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף חביב בר"ש מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~