זונטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נח=
~אדר"ח חשון~
ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל אשר ווידער שליט"א - תאומים.
ב"ר אפרים פישל פריעד הי"ו.
ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו.
ב"ר הלל כהנא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד זעהוויל אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרב ישראל האגער שליט"א נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר די חשובע זיידעס און די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פון הרה"ק ר' מיכל מ'זלאטשוב זי"ע פון וועם די רך הנימול איז א אייניקל,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 11:40.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון אטריום אין מאנסי ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון בת הרה"ח ר' ישראל שיפף הי"ו - מראשי קהלתינו הק' במאנסי.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
א גוטע נאכט.
~🌴~