דינסטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל התחלת הזמן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מאלעסק וומ"ס שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כתר ריזל אין וומ"ס ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פון די חתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, הכלה בת בנו הגה"צ רבי סיני ט"ב שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:30,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, האדמו"ר ממעליץ שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א,
און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר 'אור הנצח' עובדות וסיפורים פון הרה''ק מ'זידיטשוב זצ"ל וואס איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די גרויסע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודי קודש,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און דערנאך מיט די חשובע זיידעס, און עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~