מאנטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בראשית=
~אסרו חג סוכות~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלימלך דייטש הי''ו.
ב"ר חיים הערש מיטטעלמאן הי''ו.
ב"ר ישעי' בנימין שפילמאן הי''ו.
ב"ר אברהם שמחה הירש הי''ו.
ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי''ו.
ב"ר ארי' שפיטצער הי''ו.
ב"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר יואל אברהם אפפעל הי''ו.
ב"ר מאיר משה גרין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו.
ב"ר דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי''ו - לאנדאן.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע אליעזר הערשקאוויטש הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט פאר אנ"ש תושבי ירושלים עפלעך שיריים פון די סוכה לשמירה ולהצלחה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביים נייעם פליגל בביתו נאוה קודש ווי עס ווערט פארברייטערט די זאלן צו קענען אקאמעדירן די הונדערטער חתנים בליל הסדר, ווי אויך ווערט פילפאכיג פארגרעסערט די ספרים שטוב פון רבינו שליט"א.
פארמיטאג האט דער רבי פארטיילט פירות וועלכע זענען געהאנגען אין די סוכה בביתו נאוה קודש פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען די סוכה און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי - מאנסי, ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די טעג אויף אפרוה ביז קומענדיגע וואך.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 7:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
~🌴~