ליל שמחת תורה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ליל שמחת תורה=
ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב.
בעל תפילה: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
ארום 1:30 איז דער רבי אריין געקומען צו די געהויבענע הקפות מעוטף בטלית שאולה, און אנגעהויבן אתה הראת.
מיט פתיחת הארון איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
ארום 1:45 האט מען אנגעהויבן טאנצן די הקדמות, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 3:20.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש דריי מאל.
א) ידיד נפש אב הרחמן משוך עבדך אל רצונך, א מענטש איז צאמגעשטעלט פון א נשמה און א גוף, די גוף ציט צו גשמיות, און די נשמה צו רוחניות, מען פסק'נט אז חם בחם איז בולע, אז מען טוט מצוות מיט א ברען, און מען טאנצט מיטן גוף מיט א ברען, זאפט זיך איין אינעם גוף קדושה פון די נשמה, און דורך ירוץ עבדך כמו איל קומט מען צו יערב לו ידידותיך אז אפילו די גוף ווערט נקדש.
ב) הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סוכת שלומך, עס איז א גרעסערע כבוד שמים ווען א בשר ודם טוט מצוות ומעשים טובים ווי מלאכי מעלה, און אפילו די צדיקים בעולם האמת קומען אראפ זיך מיטפרייען מיט אונז ווייל עס איז חשוב'ער אונזער עבודה ווי די עבודה פון די מלאכי מעלה, השי"ת זאל העלפן אונז זאל מיר זיין ווערט און אין הימל זאל מען זיך פרייען מיט אונזער עבודה.
ג) בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה, שטייט אין זוה"ק אז פון הימל שיקט מען אראפ די עלטערן זיך מיטפרייען בשמחת בניהם, אונז גלייב מיר אז דער פעטער ז"ל און דער טאטע ז"ל קומען אראפ דא אין ביהמ"ד, און מיט זייערע תפילות זענען זיי מעורר רחמים פאר אידישע קינדער, בפרט פאר די וואס האבן זיך מסתופף געווען בצלם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ביי די הקדמה זענען די מלמדי תשב"ר בקהלתינו הק' מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די פיפטע הקפה זענען אלע אייניקלעך פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די
ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:20.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די פסוקי יחוד און כתר בהתלהבות אש, און הרה"ח ר' יודל ווצ"ב הי"ו האט ממשיך געווען מיט שמע ישראל, און האט געליינט וזאת הברכה,
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי"ו - לאנדאן.
לוי: הרה"ח ר' אברהם דוב לעווי הי"ו - ב"פ.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי גימפל וויינגארטן הי"ו - מאנטריאל.
מ'האט געענדיגט ארום 5:30, און דער רבי האט געוואונטשען גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו"ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, און מיטן בענטשן הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו, בני הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
~
=יום שמחת תורה=
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה צו פסו"ד און שחרית איז געווען הר"ר יעקב ברי"ע מארקאוויטש שליט"א, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
ביי נשמת האט מען געזינגען די נוסחאות פון יו"ט, ימים נוראים און שבת, כנהוג.
ביי הויכע שמו"ע האט מען גע'דוכנ'ט, מ'האט געזאגט ותערב, און נישט געזאגט
רבוש"ע, מ'האט גענדיגט שחרית והלל ארום 1:20.
עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
אום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו די הקפות, און אנגעהויבן אתה הראת.
מען האט אנגעהויבן צו טאנצן ארום 2:15.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פינף מאל,
א) ידיד נפש אב הרחמן, שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער אויף שמחה של מצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, די גמרא זאגט אי ס"ד שכר מצוה בהאי עלמא איכא אמאי לא אגין עלי' מצוה, זעט מען אז שכר מצוה איז אז מען ווערט ניצול מן החטא, אויב אזוי אז מען טאנצט מיט די תורה מיט א שמחה של מצוה איז דאך יא דא שכר מצוה בהאי עלמא און מען ווערט ניצול פון אלע חטאים.
ב) הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סכת שלומך, הקב"ה איז קונה כלל ישראל דורך קנין משיכה, משיכה איז דא 2 וועגן, עס איז דא הכישה במקל, און עס איז דא קורא לה והיא באה, ביי קורא לה והיא באה קומט די בהמה צום מענטש, ביי הכישה במקל לויפט די בהמה אוועק פונעם מענטש, משכינו אחרך נרוצה איז די ר"ת גי' סוכה, דורך מצות סוכה איז מען זוכה אז דער אויבערשטער זאל אונז רופן מיט א קריאה של חיבה עס זאל זיין קורא לה והיא באה און אונז זאלן קומען צו הקב"ה.
ג) בראשית תורתך הקדומה, עס איז דא ד' חילוקי כפרה, אבער אז מען נעמט זיך אונטער מסירת נפש ווערט אלעס מכופר, מצוות סוכה איז מען מקיים מיט אלע רמ"ח איברים, אזוי אויך שמחת תורה טאנצט מען מיט אלע רמ"ח איברים, דאס איז א בחינה פון מסירות נפש און דורכדעם ווערט מען ניצול פון יסורים חלילה און מען גייט ארויס זכאי בדין.
ד) 4'טע הקפה: ווילאנג מען איז אין גלות איז מען געפאנגען ביים יצר הרע און מען קען נישט שפירן די עריבות ומתיקות התורה, אבער שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד און לעתיד וועט מען יא קענען שפירן די זיסקייט, דארף מען יעצט מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין דערצו, און זיך אונטערנעמען עוסק צו זיין בתורה בקביעות חק ולא יעבור.
ה) 6'טע הקפה: די זעקסטע הקפה איז דאך קעגן יוסף הצדיק, מידת היסוד, וימאן האט א שלשלת, יוסף הצדיק האט געזאגט דריי מאל איך וויל נישט איך וויל נישט איך וויל נישט, מען טאנצט די זעקסטע הקפה דריי מאל (ליל שמע"צ, ליל שמח"ת און יום שמח"ת) דאס איז דריי מאל איך וויל נישט, יעדער זאל זיך מקבל זיין גדרים וסייגים בעניני קדושה וואס אין דעם איז תלוי די גאנצע יהדות און לימוד התורה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אין אלע ענינים פארן גאנצן ציבור.
ביי די צווייטע הקפה זענען די הונדערטער געסט פון אייראפע און מאנטריאל מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
צווישן די הקפות האט מען געזינגן די שטיקלעך פונעם הייליגן חרדים זי"ע בהתעוררות רב.
ביי די זעקסטע הקפה האט דער רבי געמאכט די נענועים מיטן ספר תורה כנהוג מיט גרויס
דביקות און בכיות דקדושה.
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט איבערגענומען
זיין אייגענע ספר תורה, און געטאנצן מיט א ספעציעלע אש קודש וואס האט אריינגעשלעפט די גאנצע עולם אין א געוואלדיגע התלהבות און רגש דקדושה.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 6:30, און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור.
ביים לייענען האבן עולה געווען די משמשים בקודש:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי און נאך א קורצע צייט אריינגעקומען אין פאליש ווי מען האט ממשיך געווען מיט'ן ליינען,
דער רבי האט
עולה געווען חתן תורה.
הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
חתן בראשית האט עולה געווען הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן, מען האט אויסגעשפרייט א טלית כנהוג.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, מ'האט משמח געווען כנהוג,
מען האט תיכף געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט 7:25, דער רבי האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום נעילת החג טיש אין ביהמ"ד הגדול,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די סעודת יו"ט,
ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר', מען האט ארויפגעגעבן קרויט.
מען האט מאריך געווען מיט מערערע ניגונים לכבוד יו"ט, אזוי אויך האט הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו פארגעזינגען די ניגונים המיוחסים להרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע, מען האט איבערגעזינגען די שטיקלעך פון הרוגה עליך און ונחשבת כצאן טבחה עטליכע מאל צוליב די שרעקליכע מצב בארה"ק.
מיט'ן פיוט "שישו ושמחו" האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א.
ארום 10:40 האט דער רבי געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק
ושמחת בכל הטוב, די עבודה פון א איד איז צו שפירן די זיסקייט פון די תורה, דאס קען יעדער איד שפירן, דער רבי האט ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם געהויבענעם יו"ט וואס מ'האט געפירט די הקפות עפ"י דרכו פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס ער האט מסדר געווען די סדר ההקפות,
דער רבי האט דערציילט אז דער ייטב לב האט אמאל געפרעגט א חסיד וואס איז געווען בעל תפילה די הייליגע טעג וואו ער וועט אים אינזין האבן ביים דאווענען, האט ער געענטפערט ביי ובכן צדיקים, און ער האט צוריק געפרעגט וואו דער ייטב לב וועט אים אינזין האבן, האט דער ייט"ל געענטפערט ביי וחסידים ברנה יגילו, האט דער רבי אויסגעפירט אז אלע אידן וואס פראווען די הקפות עפ"י דרכו זענען זיינע תלמידים און חסידים, און דער הייליגער ייטב לב האט זיי אינזין ביי וחסידים ברנה יגילו,
און דער רבי האט מסיים געווען און געוואונטשן עס זאל זיין 'וחסידים ברינה יגילו' און עס זאל זיין א פרייליכע יאר מען זאל האבן בני חי ומזוני אריכות ימים ושנים וכל מילי דמיטב תמיד בביאת גואל צדק בב"א.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג און אריינגעטייטשט שיינע רמזים וענינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דריי מאל לשנה הבא בירושלים.
נאכ'ן געהויבענעם טיש האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז פארגעקומען דער 'מעמד ברכת הקודש' פארנט פון ביהמ"ד הגדול וואס איז פארגעקומען בפקודת הקודש אן קיין מוזיק צוליב די שווערע מצב בארה"ק.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, מען זאל חלילה נישט צוריק טרעטן נאר גיין פאראויס און אהיים נעמען אלע השפעות טובות פונעם יו''ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די אנגעצויגענע מצב בארה"ק 'וירב בבת יהודה תעניה ועניה' און דערמאנט די אסיפה ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע חוה"מ סוכות תשל"ד נאכן יום כיפור מלחמה בארה"ק, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו 'שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו ובכל מקום',
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 12:05, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
נאכן מעמד זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אנ"ש תושבי בני ברק ווי דער רבי האט פארטיילט עפל שיריים פון די סוכה לשמירה ולהצלחה.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴