דינסטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בראשית=
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל בנימין אלטר פאנעט שליט"א.
ב"ר וואלף שניטצער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי - זיידע פון בר מצוה בחור, איבערן הייליגן קדושת לוי זי"ע און איבערן הייליגן חתם סופר זי"ע וואס די יארצייטן זענען געווען היינט כ"ה תשרי.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די סוגיא פארלערנען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און איבער די השתלשלות הענינים ווי דער רבי האט איבערגעדריקט די ספר תולדות אדם פון זקינו הגה"ק מטאלטשאווע זי"ע, און איבער די הסכמה וואס דער רבי האט באקומען פון רביה"ק זי"ע.
אויפן וועג צו תפילת מנחה האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 אזייגער און מעריב ארום 8:25 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.
א גוטע נאכט.
~🌴~