ליל שמיני עצרת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ליל שמיני עצרת=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטלית שאולה צו מעריב והקפות.
צו קבלת שבת ומערבית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' מאנסי.
ארום 9:20 האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' יצחק ברד"א יאקאב הי"ו.
"מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב"
דער רבי איז ארויף אויפן בימה, און געזאגט די לשם יחוד און למנצח, ארום 9:30 האט מען אנגעהויבן צו טאנצן די הקדמה צו די הקפות.
מען האט אנגעהויבן די ערשטע הקפה ארום 10:50, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
ביי די הקדמה זענען די געסט פון ארה"ק מכובד געווארן מיט א ספר תורה.
נאך די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
נאך די הקפות ארום 12:15 האט מען געזאגט מזמור לדוד און עלינו, און דער רבי האט געוואונטשען 'א גוט שבת און א גוט יו"ט' בצהלות פניו פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בשאטער הגדול בחצר הביהמ"ד.
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם און געזינגען ביז מודה אני.
מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן הר"ר יואל בהרה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - לאנדאן.
מען האט געזינגען ניגונים פון שמחת תורה מיט גרויס שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הר"ר חיים ישראל קלאגסבאלד שליט"א - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הר"ר יואל קרויס שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ביום השמיני עצרת תהיה לכם, שמיני עצרת איז א יו"ט על שם העתיד, און יעקב איז רישא דחדוותא, דורך די טרערן פון יעקב וואס זענען מבטל די טרערן פון עשיו וועלן מיר זוכה זיין ארויס צו גיין פונעם ביטערן גלות.
קה אכסוף: ר' יואל ישכר לעוו הי"ו - אנטווערפן.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות, ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן הי"ו, און ר' שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 3:15.
~
=יום שמיני עצרת=
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית,
בעל תפילה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית, און ביי חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל.
פארן ליינען האט מען געזאגט קהלת.
ביים לייענען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרב חיים הערש בהר"ר סיני טייטלבוים שליט"א, און הרב חיים בהרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומ"ס.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ''ס.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - וומ"ס.
חמישי: החתן מרדכי ב"ר הערש מאיר גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב ברי"א פריעדמאן הי"ו.
ר' שמעון אונגאר הי"ו - מאנסי.
ר' חיים ברב"א ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
ר' שלמה ברא"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו.
ר' יודא פרענקל הי"ו.
ר' שלמה רפאל דייטש הי"ו.
ר' יואל בר"א שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
שביעי: הרה"ח ר' יואל ברא"צ מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרב חיים נחום לייפער שליט"א - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן דעם ווייסן סטראקעס בעקיטשע און קיטל, און דערנאך אריינגעקומען צו יזכור.
ארום 2:40 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף וגשם,
נאך די תפלה לש"ץ האט דער רבי געזאגט מזמור לדוד הבו לה', כמנהג רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און ממשיך מיט קדיש, פאר שמו"ע האט די משמש הרה"ח ר' יואל
קויפמאן הי"ו אויסגערופן 'משיב הרוח ומוריד הגשם'.
פתיחה צו הויכע שמו"ע איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
צו קוה און אנעים זמירות האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו - ירושלים.
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 3:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' עזרא מיללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען אויפגעמאכט די שלאק,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען פון די קינדל און נאנט,
דערנאך האט זיך דער רבי געזעגענט פון די סוכה, דער רבי האט געזאגט די יהי"ר און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, און מיטן בענטשן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ושלו"ס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו - ירושלים.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו - מאנטשעסטער.
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס האט הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו - מראשי החברה קדישא אנגעגאסן די כוס נאך די פיש, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א - לאנדאן.
שיר המעלות: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק חג הסוכות תעשה לך, מצות סוכה איז משפיע פרנסה בהרחבה, עס שטייט אז ווען עס רעגנט סוכות איז עס א נישט גוטע סימן, דאס איז נאר אויב פאר סוכות רעגנט נישט און סוכות רעגנט יא, משא"כ אויב עס רעגנט אויך איידער סוכות איז עס נישט קיין שלעכטע סימן,
כל שכן וכל שכן דאס יאר ווען דער אויבערשטער האט ארויסגעוויזן זיין אהבה צו כלל ישראל, אז פאר סוכות האט יא גערעגנט, און לויט די חכמי הטבע האט סוכות אויך געדארפט רעגענען, און מען האט זוכה געווען אז מען האט געקענט עסן די כזית אין סוכה, נישט נאר די כזית נאר די גאנצע סעודה, און נאך אפילו שלאפן אין סוכה אויך, און אויך שמיני עצרת האט מען געקענט מאכן קידוש אין סוכה און זיך געזעגענען פון די סוכה, זעט מען אז אין הימל איז מען צופרידן פון די עבודה פון אידישע קינדער, השי"ת וועט העלפן ס'זאל זיין לברכה ולא לקללה, לחיים ולא למות, לשובע ולא לרזון.
ידיד נפש: הרה"ח ר'
קל מסתתר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן, דער רבי איז ארומגעטאנצן די ביהמ"ד אנכאפענדיג אין הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
ארום 8:05 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~