~באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית יואל, אינאיינעם מיט אלופי אלפי אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט~
=ליל הושענא רבה - אושפיזא דדוד מלכא משיחא=
צווישן מנחה און מעריב זענען אריין לברך ולהתברך די הונדערטער אויסלענדישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט בצל הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 אזייגער.
נאך מעריב האט דער רבי געבינדן די ערבות.
אום 10:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פארן ליינען,
בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:35.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלה"ט לכבוד הוש"ר ואושפיזא דדוד מלכא משיחא בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר',
במשך פונעם טיש זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הר"ר דוד כהן שליט"א - ב"ב.
הר"ר דוד פערל שליט"א.
הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ממעמקים קראתיך ה', און ארויסגעברענגט אז ממידת הדין וואלט נישט געניצט קיין תשובה נאר ממידת הרחמים פון הקב"ה ניצט תשובה, ממילא קען מען האבן א כפרה אפילו מעומק הקליפות ווייל די מידת הרחמים פון הקב"ה האט נישט קיין גבול, און פארדעם איז נישט דא די קשיא פון אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי.
ברכת המזון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאכ'ן טיש איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת ספר תהלים ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
מען האט געזאגט די יהי"ר און קדיש נאך יעדע ספר, מען האט געענדיגט תהילים ארום 2:55, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~
=יום הושענא רבה=
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף מיט'ן טלית, קיטל, קאפל און וועסטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' פנחס אלימלך גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל מאיר יאזשעף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית, מען האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים ביי הלל מיט גרויס ברען און דביקות,
נאך הלל האט דער משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
דער רבי האט אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע 'הושענא רבה דרשה' ארום 1:45, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זיבן מאל ביז הושענא למען גדלך ותפארתך,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט די באקאנטע משל פונעם ייטב לב זי"ע, הושענא רבה איז די לעצטע טאג, דער מלך גייט שוין אוועק, מען קען נאך צוקומען צום מלך, אבער די בושה איז זייער גרויס, אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי.
"הושענא למענך אלוקינו"
ביים עקידה שטייט ו'יהי א'חר ה'דברים ה'אלה איז ר"ת ה'ושענא ל'מענך א'לוקינו ה'ושענא, ביים עקידה האט אברהם אבינו נישט געפרעגט הקב"ה אתמול אמרת לי כי ביצחק יקרא לך זרע ועתה אתה אומר לי והעלהו שם לעולה, אין דעם זכות אז אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות איז א לימוד זכות אויף כלל ישראל אז כאטש מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, און כאטש נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, פונדעסוועגן נוצט תשובה און הקב"ה לאזט נישט פרעגן קיין קשיות מדה כנגד מדה.
אופן ב': מען בעט הקב"ה הבט משמים וראה, וויאזוי קען מען דאס בעטן?! מ'ווייסט דאך יא וויאזוי מ'קוקט אויס, איז דאך אסור להסתכל בפני אדם רשע, אבער שטייט אין תפארת שלמה אז דורך די ראי' פון הקב"ה איז מען זוכה צו חיות דקדושה, דאס בעט מען הקב"ה זאל קוקן אויף אונז און דורכדעם וועט עס מעורר זיין צו תשובה.
"הושענא למענך בראינו"
הקב"ה איז געווען א בונה עולמות ומחריבן, און געזאגט דין הניין לי יתהון לא הניין לי, דער אויבערשטער האט באשאפן עולמות און עס מחריב געווען, פון דעם דארף יעדע איד ארויס נעמען א מוסר השכל אין עשיית המצוות, מען טאר נישט זיין צופרידן נאר מען דארף האלטן אין איין זאגן דין לא הניין לי, און שטרעבן צו טון מצוות מיט מער כוונה, מער שמחה, מער התרוממות.
"הושענא למענך גאלינו"
אין מצרים ביי מכת בכורות האט הקב"ה נישט געשיקט א מלאך נאר הקב"ה בכבודו ובעצמו איז געקומען, ווייל א מלאך וואלט נישט מבחין געווען בין בית לבית ווייל א מלאך פארשטייט נישט די נסיונות פון מצרים, גלות מצרים, טומאת מצרים, נאר הקב"ה בכבודו ובעצמו אליינס הוא ידע יצרינו, נאר ער פארשטייט אז א מענטש קען זיך פארזינדיגן, דאס איז אל תבוא במשפט עמנו כי לא יצדק לפניך כל חי, מיט דין קען קיינער נישט ארויסגיין גערעכט, נאר מלפניך משפטינו יצא, ווייל עיניך תחזנה מישרים.
שטייט אין דברי יואל, בעקבתא דמשיחא אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים, ווייל מלאכי עליון האבן נישט קיין השגה מקצת מן המקצת וויאזוי די דור וועט אויסזען בעקבתא דמשיחא, דאס בעט מען הושענא למענך גאלינו, הקב"ה אליינס האט אונז אויסגעלייזט פון מצרים ווייל נאר ער פארשטייט וואס מיינט גלות מצרים, די זעלבע זאך "נאר דער איין איינציגער באשעפער ווייסט וואס עס מיינט גלות אמעריקע, וואס מיינט טומאת אמעריקע, וואס מיינט זוהמת אמעריקע, נאר דער באשעפער פארשטייט אונזערע נסיונות",
"הושענא למענך דרשינו"
מקוה ישראל ה', פשוט פשט פון די ווארט "מקוה" איז "די האפענונג", ר"ע דרש'נט אבער א דרש אז מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל, וואס איז די דמיון צו א מקוה? פונקט ווי א מקוה איז מטהר איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען ווערט טמא קען מען זיך נאכאמאל מטהר זיין אין א מקוה, די זעלבע זאך הקב"ה איז מטהר כלל ישראל אן קיין גבול וקצה, נאר הקב"ה איז מוחל אפילו טויזענט מאל, דאס איז הושענא למענך דרשינו, הקב"ה זאל דרש'ן די דרש פון מקוה ישראל ה'.
"הושענא למען אמיתך"
א כלי חרס וואס ווערט טמא דארף מען צעברעכן און מען קען עס נישט כשר'ן, זאגט די גמרא אז מלא גומרא שפיר דמי, אויב פילט מען עס אן מיט קוילן ווערט עס יא כשר, א מענטש איז באשאפן פון ערד, א כלי חרס, וואלט חלילה געדארפט זיין אין לא תקנה אלא בשבירה, נאר מיט יסורים חלילה, אבער הלא כה דברי כאש, די תורה איז געגליכן צו גחלי אש, אז מען לערנט תורה בעיון נישט מן השפה ולחוץ נוצט עס יא און מען דארף נישט צוקומען צו יסורים, דאס איז הושענא למען אמיתך, דורך די תורה וואס איז תורת אמת זאל מען ניצול ווערן פון יסורים,
"הושענא למען בריתך"
אתם קרויים אדם, א מענטש איז "דם", אבער אז מען איז זיך מדבק אינעם אלופו של עולם ווערט מען אן "אדם", דורך מצות מילה איז מען זיך מדבק צו הקב"ה ווערט מען אין די בחינה פון אדם, דערפאר נוצט תשובה ווייל ביי אן "אדם" איז נישט שייך קיין דיחוי,
"הושענא למען גדלך ותפארתך"
ווען א איד זינדיגט ווערט א מסך המבדיל צווישן דער איד און הקב"ה, און אז עס איז דא א מסך המבדיל איז דאך נישט שייך צוצוקומען צו אהבה, איז דאך נישט מעגליך צוצוקומען צו תשובה מאהבה, די סגולה פון די ד' מינים איז צו ברענגען אהבה צווישן כלל ישראל און הקב"ה און דורכדעם קען מען צוקומען צו תשובה מאהבה און מען איז זוכה די זדונות ווערן זכיות.
אין התחלת התורה בראשית האט א גרויסע ב', שטייט אין אגרא דכלה ב' רבתי איז גי' אתרוג לולב הדס ערבה, דאס איז למען גדלך ותפארתך, די גרויסע ב' וואס איז מרמז אויף די ד' מינים, אדער די מדרש למען גדלך אלו ד' מינים, וואס דאס ברענגט צו תשובה מאהבה.
דער אויבערשטער זאל העלפן אין זכות פון די ד' מינים זאלן מיר זוכה זיין צו תשובה מאהבה, מתקן זיין אלע חטאים וואס מ'האט געזינדיגט, און די זדונות זאלן ווערן זכיות, און אין זכות פון ריכטיג תשובה טון צום בוכ"ע זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א לעכטיג יאר, א גוט געבענטשט יאר אין אלע ענינים, אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט קינדער, געזונט, פרנסה בהרחבה גדולה, גוטע שידוכים, און מסיים געווען בבכיות עצומות "אידישע קינדער זאלן זוכה זיין צו ערליכע אידישע קינדער", ערבה איז גי' זרע, מ'זאל זוכה זיין צו זרע ברך ה', ערליכע אידישע קינדער, און זוכה זיין צו משיח צדקינו בב"א.
ארום 2:45 האט דער רבי געענדיגט די דרשה, און ממשיך געווען מיט די הושענות און די זיבן הקפות, צווישן די הקפות האט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א געבלאזן די תקיעות, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי רצון.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א - מרבני קהלתינו הק' לאנדאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
מען האט געזאגט אתה הראית מיט די י"ג מדות און רבוש"ע און שיר למעלות פון עשי"ת, בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הר"ר דוד כהן שליט"א - ב"ב.
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפן.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א - לאנדאן, און האט געמאכט א ברכת הגומל און מוציא געווען הונדערטער געסט אנ"ש.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"י פרענקל הי"ו - לאנדאן.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט,
תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אין די גרויסע סוכה, דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און זיך געוואשן.
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג.
ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר.
מיט'ן פיוט פון תתננו האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט 'געלויבט השי"ת אז מען האט געקענט זיצן א גאנץ יו"ט אין די סוכה און מ'האט געקענט עסן אלע סעודות און שלאפן אין די סוכה'.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 5:30.
דער רבי איז געגאנגען אין מקוה, און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~