דאנערשטאג - יום ד' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג - יום ד' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:50.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו - ירושלים.
כהן: הרה"ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי"ו - לאנדאן.
לוי: הרה"ח ר' ישעי' שטיינבערגער הי"ו - לאנדאן.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי"ו - לאנדאן.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר דוד כהן שליט"א - בני ברק.
גלילה: הרה"ח ר' דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי"ו.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט אריבער הונדערט געסט אנשי שלומינו פון אויסלאנד וועלכע זענען געקומען אויף שמח"ת בצל הקודש.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום עמרם צוויבל הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יוסף פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר פון הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
~🌴~