דאנערשטאג וזאת הברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וזאת הברכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר פישל גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר ישראל פריעד הי"ו - לעיקוואד.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי מכון נתיבות קודש שע"י ק"ק סקווירא ווי זיי האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א בשליחות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א די נייע ספרים נתיבות הקודש אויף הושענה רבא און שמח"ת פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי האט מעיין געווען אין די ספרים און געגעבן ספרו לב אהרן, און געוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~