פרייטאג וזאת הברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וזאת הברכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב שלמה רובינפעלד הי"ו.
ב"ר בכור משה סרוגא הי"ו.
ב"ר יואל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט מען אריבערגעברענגט בחדרו הפרטי די ערבות פאר די ד' מינים ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט איבערגעקוקט און געקליבן די ערבות לכבוד יו"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית האט הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש א הערליכע געפלאכטענע קיישעלע פארן לולב,
דער רבי האט זיך באדאנקט און געוואונטשן ברכת קדשו.
א גוט שבת ויום טוב.
~🌴~