מיטוואך וזאת הברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וזאת הברכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הפדיון הבן אצל נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלייגט תפילין דר"ת,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת פדיון הבן אין היכל הביהמ"ד.
נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.
נאך די פלייש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, ווי דער רבי האט משלב געווען מצוות פדיון הבן צו מצוות סוכה, און פארציילט א סיפור פונעם שינאווע רב זי"ע בנוגע פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מיט בענטשן האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם כהן, מען האט געענדיגט ארום 1:20.
און די נאכמיטאג שעות האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' - כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, און מרביצי תורה, און פאר אלע בחורים.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~