שבת קודש פרשת דברים-חזון שבת ערב תשעה באב בצל הקודש אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת דברים-חזון שבת ערב תשעה באב בצל הקודש אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף ברך משה.
ערב שבת קודש ארום 6:30 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
נאכן מקוה איז דער רבי אריין געגאנגען אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט געמאכט דעם "זיכוי הפת" פאר'ן נייעם עירוב פונעם האטעל צום ביהמ"ד.
דער רבי האט נישט געמאכט קיין ברכה צוליב וואס מען האט שוין געמאכט א זיכוי הפת ווי יעדע וואך צו קענען טראגן פון איין צימער צום צווייטן אינעם האטעל.
דערנאך האבן
הב' משה ב"ר דוד חנני' ווייס.
הב' שלמה זלמן ב"ר שמעון דוב פילעפף.
הב' מנשה ב"ר הערשל שרייבער - לאנדאן.
איבערגעגעבן פארן רבי'ן תירוצים אויפן קושיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה אינעם סוגיא פון מיגו להוציא לא אמרינן.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' שמואל קרויס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
דערנאך איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת, און שלום נעמען.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען פילצאליגע געסט זקנים ונערים.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ליפא בערקאוויטש שליט"א בן הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ליפא בערקאוויטש שליט"א.
מנוחה ושמחה: ר' חיים אלימלך יאקאב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה הדברים אשר דיבר משה בעבר הירדן מול סוף וכו' וחצירות ודי זהב.
דער רבי האט זיך געשטעלט צי עס נוצט תשובה אויף די ג' עבירות חמורות, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון עד בכלל אדער לא עד בכלל.
קה אכסוף: ר' אהרן הערש בערקאוויטש.
ברכת המזון: הרה"ג הילל ראבינאוויטש - מנה"ר בישיבה"ק סניף ברך משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון דער הייליגער רבי פון לובלין וואס די יארצייט איז געפאלן דעם זונטאג תשעה באב.
קה רבון עלם: ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער.
מען האט אויפגעגעבן פירות.
אז ביום השביעי: ר' מיכל פעלדמאן.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:50
~~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:30
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ליפא בערקאוויטש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' יואל גליק.
פסוקי שמע ישראל: ר' אליעזר ווייס.
עס האבן עולה געווען:
כהן: ר' יעקב ב"ר יצחק הכהן פריעדמאן.
לוי: ר' נתנאל אלטמאן.
שלישי: הרה"ג הילל ראבינאוויטש.
רביעי: הב' מרדכי ב"ר איסר יהודה בערגער.
חמישי: ר' אהרן הערש בערקאוויטש.
שביעי: ר' ברוך מרדכי אבערלענדער - מאנטריאל.
הוספות:
ר' משה בראך.
ר' חיים אלימלך יאקאב.
ר' שמעון לאנדא.
הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים - חדב"ן.
הב' ליפא מאשקאוויטש.
ר' שמואל קרויס.
ר' ליפא בערקאוויטש.
אחרון: ר' יחזקאל הכהן גלאנץ.
מפטיר: ר' יונה צבי הלוי האפפמאן.
הגבה: הב' המשב"ק אלטר ברוך גפן.
גלילה: הב' אברהם אלי' ב"ר יואל פריעדריך.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג הילל ראבינאוויטש.
פתיחה ביי אנעים זמירות: ר' דוד ב"ר חיים לייב ווייס.
מען האט געענדיגט ארום 12:35
ביים בייטאג טיש איז דער רבי אריבער געקומען צו די זמירות ארום 2:25
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה מיט גרויס התעוררות א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים.
דער רבי האט מכבד געווען ר' ברוך מרדכי אבערלענדער.
מיט ברוך ה' יום יום.
ברוך קל עליון: ר' משה בראך.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די גמ' לא חרבה ירושלים אלא מפני שחללו בה את השבת.
ברכת המזון: הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים - חדב"ן.
תיכף נאכן סעודה איז דער רבי אריין געקומען צו מנחה.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' אהרן הערש בערקאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה ר' אברהם מאסרי.
כהן: הב' אברהם ב"ר אהרן יעקב כהנא.
לוי: הב' מרדכי ב"ר מאיר חיים שישא.
שלישי: הב' בעריש ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
הגבה פארן רבי'ן איז געקויפט געווארן דורך ר' אליעזר גפן.
גלילה: ר' אליעזר גפן.
נאכן ליינען האט זיך דער רבי באדאנקט.
~~
דער רבי איז אריין געקומען צו של"ס ארום 8:15
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה ר' אליעזר ווייס.
שיר המעלות: ר' יונה צבי הלוי האפפמאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין מגילת איכה, ב, טז, פצו עליך פיהם וכו', עשה ה' אשר זמם וכו'.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן רש"י למה הוקדם פ"ה לעי"ן, מפני שהיו אומרים בפיהם מה שלא ראו בעיניהם, לכאורה וואס איז די שייכות צווישן שקר מיט די חורבן.
דער רבי האט דערמאנט אז שקר במילואו איז ס"ת נפש, און די אותיות אמצעית זענען בג' דעם שם הוי' און דער אויבערשטער שטעלט זיך אריין צווישן דעם יצה"ר וואס קומט מיט שקר צו ראטעווען דעם נפש, און היות א שקרן איז פון די כתות שאינם מקבלים פני השכינה האט דאס גורם געווען די עבירות חמורות וואס צוליב דעם איז געקומען די חורבן.
צום שלוס האט דער רבי נאך געזאגט פונעם הייליגן רבי פון לובלין, אז ער האט שוין געזען די יום טוב'דיגע תפילות וואס מען גייט זאגן לעתיד לבוא אום תשעה באב, ותתן לנו ה' אלקינו באהבה את יום תשעה באב.
דער רבי האט פארענדיגט בברכות קדשו יה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
ידיד נפש: ר' פישל פארקאש.
קל מסתתר: ר' יעקב שלום ווייס.
ברכת המזון איז געווען ארום 9:30
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים - חדב"ן.
נאכן בענטשן האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
~🌴~