פרייטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג דברים
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
נאכן דאווענען האבן
הב' מאיר נפתלי ב"ר יואל כ"ץ.
הב' שלמה זלמן ני"ו ב"ר פסח ע"ה ראטה.
הב' מנחם ב"ר יחזקאל דוב באנדא.
איבערגעגעבן פארן רבי'ן תירוצים אויפן קושיא וואס דער רבי האט איבערגעלאט אין ישיבה אינעם סוגיא פון מיגו להוציא לא אמרינן.
דערנאך זענען די אידן וואס זענען געקומען אויף שבת אריבער שלום נעמען.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין וויליאמסבורג, הלכה'דיגע שאלות איבערן דאווענען, און איבער לערנען שבת ערב תשעה באב.
א גוט שבת
~🌴~