ליל תשעה באב בצל הקודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
ליל תשעה באב בצל הקודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מעריב אינעם דעזיגנירטער זאל אינעם טשענדלעיר האטעל ארום 10:30
בעל תפילה: ר' אהרן הערש בערקאוויטש.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט ברכת בורא מאורי האש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד.
איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
מען האט געענדיגט ארום 11:30
~
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית אינעם דעזיגנירטער זאל אינעם טשענדלעיר האטעל ארום 9:50
בעל תפלה: ר' אהרן הערש בערקאוויטש.
דער רבי האט געזאגט די ברכות, עקידה, קרבנות, איזהו מקומן, א.א.וו. ביז נאך שמו"ע.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' יוסף מרדכי זילבערשטיין.
כהן: ר' דוד יודא קאהן.
לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
הגבה: ר' דוד פארקאש.
גלילה: הב' וואלף בן ר' בערל שטיין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות עצומות.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב.
די קינות האט פארגעזאגט הר"ר יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו.
מען האט געענדיגט ארום 1:20
אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך באדאנקט פארן גוי'אישן מענעדשער פונעם האטעל פארן אוועק געבן דעם זאל פאר די תפילות, און פארן מאכן אן עירוב צום ביהמ"ד.
~
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:00
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ד' פרשיות, דער רבי האט געקישט די ציצית ביי קר"ש.
און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה.
בעל תפלה: ר' פישל פארקאש.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' ראובן גלאנץ.
כהן: ר' יעקב ב"ר יצחק פריעדמאן.
לוי: ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
הגבה: ר' דוד ווייס.
גלילה: ר' שלמה היימליך.
נאך מנחה האט דער רבי אנגעטון תפילין דר"ת.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די פינף טעגליכע קאפיטלעך תהילים מיט די תפילין דר"ת.
מען האט געענדיגט ארום 8:20
~
דער רבי איז האט געדאוונט תפילת מעריב מוצאי תשעה באב ביים זמן ר"ת.
בעל תפלה: הב' שלום ב"ר נפתלי משה ווייס.
נאך מעריב האט זיך דער רבי אנגעטון די שיך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, ווי מען האט געזינגען ניגוני גאולה.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
~🌴~