מאנטאג האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג האזינו ב'=
~צום גדלי'~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש שווארץ הי"ו.
ב"ר יחיאל שלום גאלדשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות אשת הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה און באגלייט די מטה פון הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה - מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים, פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 8:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~