יו"ט ראש השנה תשפ"ד בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט ראש השנה תשפ"ד בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל=
ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן "מבצר הכוללים בק"י" מיט אירע קרוב צו טויזענט לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דערנאך ארום 8:30 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו קבלת שבת ומערבית,
דער רבי האט געזאגט מזמור לדוד הבו לה' בני אלים פסוק בפסוק, און ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים,
נאך מעריב האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור באש קודש, מען האט געענדיגט ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען קורצע דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק "ישא ברכה מאת ה', און געזאגט אז דורכדעם וואס אידן דאנקען הקב"ה אויף די חסד וואס הקב"ה גייט טון, און מען פריידט זיך ראש השנה אינעם יום הדין על שם העתיד ווייל הקב"ה גייט אפשרייבן א גוט געבענטשט יאר, דורכדעם איז הקב"ה מצרף דעם טוב העתיד, און די זכיות וועגן איבער לטובה,
און דער רבי האט פארענדיגט בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און אויסגעפירט בברכת "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים ולשלום",
ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מען האט געזינגען שלום עליכם ביז מודה אני,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
הגבהת הכוס: הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שיריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט ראש כבש, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, ביי די לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן א קאפ פון א פיש, און ווייטער אלע מאכלי שבת, נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן.
מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה ארי פריינד הי"ו - מראה"ק בלאנדאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ישא ברכה מאת ה', און ארומגערעדט אז בזכות פון שבת קודש ווערן אידן דבוק צו הקב"ה און דורכדעם איז מען זוכה צו תשובה.
ברכהמ"ז: בעל שמחה נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב מענדל גראס שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
=יום א' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 8:15.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גרויס שליט"א - מבערבעשט ב"פ.
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בר"ש בערגער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ח ר' וואלף בראווער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל משה פארקאש הי"ו.
ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
ר' ליפא פארקאש הי"ו.
ר' שמואל יודא מאשקאוויטש הי"ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי"ו.
ר' משה ברד"ח ווייס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו - מאנסי.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:10.
מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה אין ארון הקודש, און עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברא"נ גאטליעב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
אום 1:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק 'ובחודש השביעי באחד לחודש שבתון זכרון תרועה',
בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב, פרעגט דער בעש"ט הק' ווער הערט דעם בת קול?, זאגט דער זרע קודש אז נאר צדיקים הקרובים אל ה' זענען זוכה צו הערן דעם בת קול, דערפאר ווען די אידן האבן געהערט די תוכחה הוריקו פניהם מי יוכל לעמוד בכל אילו, וויאזוי וועט מען נתעורר ווערן צו תשובה?, און דערפאר בלאזט מען שופר ווי ר' סעדיה גאון זאגט 'לעורר לתשובה', די קול השופר איז מעורר צו תשובה אז אפילו מען הערט נישט די בת קול איז די קול השופר מעורר,
אבער שבת קודש איז משפיע קדושה פאר גאנץ כלל ישראל, און יעדער הערט די בת קול, דערפאר פעלט נישט אויס צו בלאזן שופר,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי כיבושין, ראש השנה דערמאנט מען טאקע נישט קיין חטאים מיטן מויל, אבער במחשבה איז א חיוב אריין צו טראכטן וואו שטיי איך אויף די וועלט?! און תשובה טון בחרטה ובקבלה גמורה שלא ישיב לכסלו עוד.
און בבכיות עצומות ונוראות דערמאנט אז ליידער ליידער גליטשן אידישע קינדער אפ פון וועג, בנים ובנות, פון די שענסטע משפחות, קיינער איז נישט פארזיכערט, און מען דארף מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים מרובים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:35.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 1:40.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות רב.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל באסול הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 4:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושלו"ס ארום 7:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו - מאנסי.
שלישי: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א - ב"ב.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן פיוט
'עוד יזכור לנו אהבת איתן אדוננו, ובבן הנעקד ישבית מדיינינו',
אין זכות פון די אבות הק' איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד,
יעקב אבינו האט געבענטשט אפרים פאר מנשה ווייל ס'גייט ארויס קומען יהושע בין נין, כאטש אויך ירבעם, ווייל מען קוקט נאר אויף די טוב העתיד,
דאס האט אברהם אבינו אויסגע'פועל'ט ביי עקידת יצחק, אז בהר ה' יראה מען זאל רעכענען די טוב העתיד,
ווען די אידן האבן געהערט די תוכחה הוריקו פניהם, האט זיי משה רבינו בארואיגט אתם נצבים היום, היום איז ר"ת ו'בבן ה'נעקד י'שבית מ'דיינינו, אין זכות פון יצחק אבינו איז מען מצרף די טוב העתיד און מען גייט ארויס זכאי בדין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
נאכן זינגען האט דער רבי פארציילט אז ווען הרה"ק ר' שמואל גארליצער זי"ע האט געזינגען דעם קל מסתתר ניגון ביים הייליגן ישמח משה זי"ע האט דער ישמח משה געזאגט אז ס'איז א גוטע ניגון און מען זאל עס אוועקלייגן פאר די הייליגע טעג.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית.
בעל תפלה איז געווען הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:15.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר", און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט בהיכל השלחנות.
הגבהות הכוס: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
אויפן טיש איז געווען טעצער פירות, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א מילגרוים און טועם געווען פון די שהחינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן עולם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א - ב"פ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלוקיכם', ווען ראש השנה געפאלט אום שבת איז דא ע"ב שעות כמנין חסד, און מיט דעם כח איז מען זוכה צו חסד ורחמים אינעם יום הדין.
ברכת המזון: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
=יום ב' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:15.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הר"ר בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, און הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד אוהעל ב"פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות.
כהן: הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה די ערשטע ספר: בעל ברית נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
גלילה: בעל ברית ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:20,
נאכן ליינען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, סנדק: רבינו שליט"א.
מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: נפתלי צבי, נאכן זיידן הגה"צ אב"ד זידיטשוב זצ"ל.
אויך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", ואומות העולם אינם יודעים להריע כמה קרנות יש להם וכו' אלא אשרי העם שיודעין לפתות את בוראם בתרועה, תרועה מאכט תורה ע', דאס איז די ע' פנים לתורה,
עס זענען דא ד' חלוקי כפרה, אויף הארבע עבירות נוצט נישט תשובה, זאגט דער הייליגער בעלזער רב רבי יהושע זי"ע אז נאר תשובה אליינס נוצט נישט, אבער תשובה בצירוף מיט תפילה נוצט יא, דער בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע זאגט תשובה מיט לימוד התורה נוצט,
האט דער רבי געזאגט אז דאס איז כחדא אזלא, צו דאווענען דארף זיין צוויי שערים, מען דארף פתיחת הפה, ארויס צו זאגן די ווערטער, און עס דארף זיין פתיחת הלב, דורך לימוד התורה איז מען זוכה צו פתיחת הלב,
לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים, אז מען איז חוטא פארלירט מען דעם צלם אלוקים, הרימי את מוריך השמיעיני את קולך, כי קולך ערב ומראך נאוה, ווען איז קולך ערב און מען איז מקבל תפילה? נאר אויב ומראך נאוה, אז מען האט נאך דעם צלם אלוקים,
און פארענדיגט בקול בכי "יעדער איד דארף זיך מאכן א חשבון הנפש, צי האב איך נאך די צלם אלוקים?!" און תשובה טוהן בלב שלם,
און דער רבי האט מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.
רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט פארגעדאווענט מיט א התעורורות רב וברגש קודש.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' בנציון יושע קרויס הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א - ב"פ, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 5:50.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת ברית בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ארום 7:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור לרגל נעילת החג אין ביהמ"ד הגדול.
מען האט אויפגעגעבן קוגל און זיסע מייערן, ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאהר אין אלע ענינים", מען האט געזונגען ניגוני ימים נוראים.
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען דער בעל שמחה הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
און מיט יום ליבשה הר"ר אברהם אהרן לאבין שליט"א, בן האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסה ליום חגינו כי "חק" לישראל הוא' חק איז א לישני דמזוני,
בשעת מתן תורה האבן די אידן כביכול חתונה געהאט מיט הקב"ה, איז דאך דא חיובי בעל לאשה,
די חיובי בעל לאשה זענען מדרבנן און דער אויבערשטער פירט זיך מיט א מענטש אזויווי דער מענטש פירט זיך, אז די מענטש איז מקיים תקנת חכמים איז הקב"ה אויך מקיים די תקנת חכמים,
דאס יאר האט מען מקיים געווען צוויי מצוות מדרבנן, די ערשטע טאג האט מען נישט געבלאזן מדרבנן כאטש מדאורייתא דארף מען בלאזן, און די צווייטע טאג האט מען יא געבלאזן כאטש מדאורייתא דארף מען נישט, על פי שנים עדים יקום דבר, פירט זיך הקב"ה מדה כנגד מדה און איז משפיע אלע חיובי בעל לאשה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס לברית מילה נכדו הרב יחזקאל ט"ב שליט"א, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געמאכט הבדלה, און נאך הבדלה געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר", מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
"ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון".
~🌴~