דינסטאג האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג האזינו ב'=
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ר"י שיעור ד'.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ברוך מרדכי מאיער הי"ו.
ב"ר פנחס גראס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו בבית אביו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:45 ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 6:30 איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20, און מעריב ארום 9:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~