דאנערשטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג פנחס=
~שבעה עשר בתמוז~
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
פתיחה: הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הב' הבר מצוה.
שלישי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: ר' ישראל מאיר ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
גלילה: הילד ב"ר משה סימאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט אינאיינעם מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג דארט אויף אפרוה, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נעכטיגע באזוך אינעם בית השחיטה אין פאוסטוויל אייאווע און דער רבי האט אויסגעשמיעסט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים פון די שחיטה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' משה אברהם ווייס הי"ו - ב"פ.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45.
בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
א גוטע נאכט.
~🌴~