מיטוואך פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פנחס=
נאך די מקוה ארום 7:30 האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר פנחס בר"מ פרענקל הי"ו בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מאריסטאן לופטפעלד אין האנאווער ניו דזשערזי,
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין א זייטיגע צימער אינעם לופטפעלד,
דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 10:30 אויפן וועג קיין פאסטוויל אייאווע, צום בית השחיטה המהודרת ווי עס ווערט געשחטן די גסות פאר קהלתינו הק', אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' – וומ"ס, און הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנסי,
ארום 11:30 ארטיגע זייגער (12:30 ניו יארק'ע זייגער) האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם לאקאלע מוניציפיאלע לופטפעלד אין וויסקאנסין פון וואו דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום א דריי פערטל שעה צו פאסטוויל אייאווע צום בית השחיטה בית השחיטה המהודרת,
דער רבי איז אנגעקומען צום בית השחיטה ארום 12:15 ווי דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי - רב המכשיר, ובנו הר"ר מרדכי שליט"א וועלכע פארפיגן אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה,
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט צוגעגאנגען צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט די גאנצע ניקור אפאראט פאר א לענגערע צייט און אנגעצייגט פאר די מיטבאגלייטער אלע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעפירט געווארן אינעם בית השחיטה, דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק בדיקות הריאות, ווי דער רבי האט געמאכט א בדיקת פנים און זיך אומגעקוקט אויף די בדיקות חוץ, דערביי האט דער רבי צוגעוויזן פאר די אנוועזנדע די טבלא וואו א איד פארצייכנט די כשרות פון יעדע בהמה, און געצייגט אז פון די לעצטע 20 בהמות זענען בלויז 5 ארויס כשר.
דערנאך איז דער רבי אריבער מיטהאלטן די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א, און דערנאך צוגעטרעטן צו די בדיקת החלפים ווי דער רבי האט געמאכט א בדיקת לח און א בדיקת יבש אזוי ווי עס איז איינגעפירט כהוראת רבינו, און דער רבי האט באוואונדערט די כשרות פון די חלפים וועלכע זענען "חד וחלק" לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט,
דערנאך האט דער רבי באטראכט די שחיטה, ווי עס ווערט איבערגעדרייט אין א באקס כדי די שחיטה זאל זיין א פולשטענדיגע שחיטה מונחת, דער רבי האט גאר שטארק מפליא געווען די הידורים און חומרות וואס זענען איינגעפירט געווארן ביי די שחיטה גסות שע"י קהלתינו הק',
דערביי האט דער רבי באטראכט פונקטליך ביז וואו דער שוחט שניידט, און פון וואו מען גיבט איבער פאר א גוי צו פארענדיגן ווי געברענגט אין תביעות שור אז עס איז א גרעסערע הידור אז א גוי זאל עס פארענדיגן,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום פלענט וואו עס ווערט פראסעצירט די פלייש און מען שניידט עס, און אריבער געגאנגען דעם גאנצן פלענט מיט די פעקעדשינג און לעיבלען וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור,
דערנאך האט דער רבי פארלאזט דעם בית השחיטה המהודרת און צוגעפארן צום ארטיגן בית המדרש פאר די שוחטים וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט, דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פאר אריבער א האלבע שעה מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, און מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א וואו דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התרגשות צוזעענדיג אזא הערליכע שחיטה פאר גסות אויף אזא הויכע סטאנדארט, און גאר שטארק מפליא געווען די פילצאליגע חומרות והידורים,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק צום לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:45 ארטיגע זייגער (6:45 ניו יארק'ע זייגער) אויפן וועג למקום הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה,
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם מילאן לופטפעלד אין בערלין ניו העמפשיר, וואו דער רבי האט געדאווענט מנחה, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג פון אומגעפער א שעה קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אנגעקומען קיין בעטלעהעם ארום 10:30 און געדאווענט מעריב אינעם ארטיגן בית המדרש דקהל יראים - בית אלימלך.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען, און דער רבי האט זיך באגריסט מיט הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו - גבאי הביהמ"ד.
~🌴~