פרייטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג פנחס=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הבה"ח שלמה מנשה ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, און הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש,
אויך האט הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א - מנהל ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' וואס די ישיבה וויילט אויף שבת בצל הקודש, איבערגעגעבן א פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א נאך א באזוך פון די ישיבה די וואך אין קרית טאהש.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין די אלטע היים אין די קליינע דערפלעך.
א גוט שבת.
~🌴~