זונטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג פנחס=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד מאיר ווידער הי"ו.
ב"ר יואל ברד"א יאקאב הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב אהרן זאב גרין הי"ו.
ב"ר יוסף גביוף הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו און הרה"ח ר' פישל גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל סופר הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~