מאנטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג פנחס=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא היימליך הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחזקאל דוב באנדא הי"ו.
ב"ר יואל גאלדבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי עקיבא הערש קליין הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א היסטארישער באנקעט לטובת דעם קרן הבנין פארן נייעם בנין האדיר פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק,
עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו וועלכע האט ארויסגעברענגט די מטרת המסיבה, און אויסגערופן דעם אורח הדגול הרה"ח ר' יששכר יאקאב הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק וועלכע האט איבערגעבן דער מצב פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בפרט נאך די ביטערע שריפה וואס האט דארט באטראפן,
במשך די מעמד האבן די נגידים החשובים געהאט די זכי' איבערצוגעבן פערזענדליך די סכומים אדירים לידיו הקדושות פון רבינו שליט"א, ווי דערביי האט דער רבי געחתמ'ט די שטרות, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט דער יו''ר אויסגערופן הגה''צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' וומ"ס שליט"א וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פונעם נסיעה התחזקות פאר אנשי שלומינו אין ארה"ק, ווי דער רב שליט"א האט געפראוועט א דערהויבענעם שבת בקרב אנשי שלומינו אין ירושלים עיה"ק,
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שותפים האבן מיט'ן בויען דעם בית הגדול והקדוש, דער רב שליט"א האט עקסטער ארויסגעברענגט לשבח די חברי וועד קרן הבנין החדש, וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה ובמיוחד פארן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו, און מסיים געווען בברכות לרוב,
דערנאך האט דער יו"ר אויסגערופן הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו און דערביי ארויסגעברענגט אז שוין יארן לאנג וואס ער דעקט דעם דעפיציט און צאלט די מארגעדזש פון די בנין וואס האט געהאלטן ביים פארפאלן גיין,
ר' מאיר הי"ו איז צום ערשט ארויפגעגאנגען חתמ'נען די חתימה מיט רבינו שליט"א און דערנאך אויפגעטרעטן און געפאדערט צו ארבייטן באחדות און אזוי ווי מען האט צוזאמגעשטעלט דא געלט פונעם גאנצן עולם אלע אינאיינעם, זאל מען ארבייטן צוזאמען ביז דער בנין וועט שטיין און וועט זיין א כבוד פאר סאטמאר, און דערביי באגריסט די חברי וועד קרן הבנין וואס האבן זיך אזוי שטארק אוועקגעגעבן פארן מסיבה ובמיוחד פארן בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו,
דער יו"ר האט דערנאך ארויסגעברענגט דאס התקשרות פון רבינו שליט"א צו אנ"ש בירושלים עיה"ק, און האט דערביי באגריסט די חברי הנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורכ'ן רבין שליט"א אין ירושלים עיה''ק,
און ארויסגעברענגט דעם יד ה' אז נאך יארן וואס זאכן האבן זיך נישט גערירט, האט זיך פלוצלינג אלעס אנגעהויבן רירן און עס איז שוין ערהאלטן געווארן די פערמיטן און מען האט שוין אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט,
דאן האט דער יו"ר אויסגערופן אז 'בא הכתוב ויוחסו אחר אהרן' דאס אז מען זעט אז דער עולם גיבט אזעלכע ריזיגע סכומים מיט אזא ברען, איז נאר ווייל מען זעט די קשר וואס דער רבי פילט מיט ירושלים, און די שמחה וואס דער רבי האט מיטן בויען דעם בנין האדיר פאר קהלתינו ומוסדותינו הק', דאס האט געברענגט פאר די נדבנים צו מנדב זיין אזעלכע ריזיגע סכומים, און מען זעט טאקע אז דער רבי אליינס האט זיך אויך מתחייב געווען צו ברענגן א מיליאן דאלאר און שוין יעצט ביי די מסיבה געברענגט די ערשטע הונדערט טויזנט דאלאר,
אלעס צוזאמען איז געשאפן געווארן די אסטראנאמישע פאנטאסטישע סומע פון אריבער 30 מיליאן דאלאר מנדבת לבם של אנ"ש שיחי' וואס האבן בייגעשטייערט פון א מיליאן דאלאר און העכער,
רבינו שליט"א האט דאן משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'עומדות היו רגלינו בשעריך ירושלים' און ארויסגעברענגט די שייכות וואס אונז האב מיר קיין ירושלים, און אז ווען א מענטש גיבט געלט דארט איז זיין שאיפה, דארט וויל ער זיין, עומדות היו רגלינו בירושלים,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נגידים און ספעציעל פארן בעל אכסניא ר' עקיבא הערש הי"ו און געזאגט אז מען קען נישט ארויסברענגן די רגשי הלב אז עס פאסירט אזא זאך אז ארום 35 אידן קומען און געבן אזעלכע גרויסע געלטער, דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך און עס איז א מורא'דיגע זכות, דער רבי האט דערנאך מסיים געווען בברכה שלימה פארן גאנצן ציבור יעדן עקסטער מיט השפעות טובות וכל טוב סלה,
דער רבי האט פארלאזט די מסיבה ארום 10:15.
זמני כניסה איז געווען פון 10:20 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~